|
ניו יאָרק סטעיט (New York) איז איינער פון די פופציג שטאטן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע. ער איז א חלק פון דעם מיד אטלאנטיק אפטייל. זיין הויפטשטאט איז אלבאני.
ניו יארק סיטי, ביים בילד זעט מען די געוועזענע צווילינג געביידעס וואס טרעראסיטין האבן איינגעווארפן אין 9/11
היסטאריע
ניו יארק איז געגרינדט געווארן אין יאהר ה'שפ"ה, געווען איז דאס ווען א גרופע פון האלאנד האבן זיך ארויסגעלאזט צום לענג פונעם אטלאנטישן ברעג, זיי זענען געקומען צו א קליין אפגעזודנדערטן אינזל, וואס האט זיך צושפרייט צווישען א טייך, די האלענדער זענען געקומען צום באשלוס אז דאס איז א פאסיג ארט זיי זאלן זיך דארט באזעצן, זיי האבן דאס אפגעקויפט פון די דארטיגע אינדיאנער פאר פיהר און צוואנציג דאלער, די אינדיאנער האבן פארלאזט דאס ארט און די האלענדער האט דארט געבויעט א קליין דערפען מיטן נאמען ניו אמסטרדאם, דאס ארט הייסט היינט מאנהעטן.
פערציג יאהר נאכדעם וואס די האלענדער האבן זיך דארט באזעצט זענען געקומען די ענגלענדער און האבן זי איינגענומען און האבן איהר א נאמען געגעבן ניו יארק.
באפעלקערונג
ניו יארק וועלכער ווערט אויך אנגעריפען ניו יארק סטעיט - כדי צו מאכען אן אינטערשיט פון איינס פון אירע סיטי'ס ניו יארק סיטי מיט א ענדליך נאמען - איז דער 3טער גרעסטער סטעיט אין באפעלקערונג און דער 27טער אין דשיאגראפישער גרויסקייט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע.
ניו יארק איז פון די גרעסטע שטעט אין דער וועלט, עס קומט אין דער רייע נאך קאליפארניע, טאקיא. עס האט לערך זעכצין מיליאן מענטשן.
ניו יארק סיטי איז ציזאמגעשטעלט פון 5 באראס, מאנהעטן, בראנקס, קווינס, סטאטן איילנד, און ברוקלין. דערנאך איז דאס ארום גענומען פון אפסטעיט, ווי ראקלאנד אראנזש קאונטיס, וואס נעמט אריין מאנרוי מאנסי און נאך, און די סובארבס, ווי לאנג איילענד און אזוי ווייטער וואס דארטן וואונען די בעסערע.
נייעס אין ניו יארק
|