מאראנץ

Article on other languages:

del.icio.us del.icio.us
Digg Digg
Furl Furl
Reddit Reddit
Rojo Rojo
Add to OnlyWire
זיסע מאראנצן אויפגעשניטן
מאראנץ בוים ווען עס בליט.
מאראנצן מיט מאראנצן זאפט.

דער מאראנץ איז א מין ציטרוס בוים און זיין פרוכט וואס איז זיס און ביטער און קומט אין א שאלעכץ וואס האט דער אראנזשער קאליר. ער שטאמט פון דרום-מזרח אזיע.

עס וואקסט אויף א קליין בלומען בוים'עלע, בערך א 10 מעטער הויך.

טייל מענטשן עסן אויך די שאלעכץ, עס איז דא צוויי חלקים די אויסעווייניגסטער וואס איז טונקל אראנזש אין אנגעפילט מיט גלענדס וואס מאכן איר שיין שיינענדיג און אויליג. און די אינעווייניגסטער דיקער מער ווייסערער שאלעכץ.

ווען מען שיילט אפ די שאלעכץ קומט דאס געווענליך געפאקט אין 11 פענעצער שיין באהאפטן איינער צום אנדערן אבער צוטיילבאר אן קיין שום שוועריגקייט.

אין יעדן פענעץ ליגן הונדערטע קליינע זעקלעך פון זאפט. דער פרוכט אינעווייניג איז בדרך כלל אראנזשע פארב אבער עס איז פאראן אויך מאראנצן מיט רויטע אדער געמישט רוט-אראנזשע פרוכט. אזעלכע רופט מען "בלוט מאראנצן".

מאראנצן ברויכן ווערן איינגעשפייכלערט אין די ווארימסטע טיילן פונעם פרידזשידער עס האלט זיך געוויינליך פריש ביז צוויי וואכן.

מען עסט דאס פאר זיך אבער מען מאכט דערפון אויך מאראנצן זאפט צו טרינקען אדער סתם פאר אינגרידיענטס פון קוכן צו מאכן א גוטן טעם.

This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.